אין די לעצטע יאר האבן די מיליטערישע אינדוסטריס געשלאסן קאנטראקטן מיט לענדער איבער די וועלט אין די ווערט פון 9.2 ביליאן דאלער.

דאס צייכנט אפ א באדייטנדע אויפשטייג פון 40% פון די פריערדיגע יארן, שטעלנדיג מדינת ישראל צווישן די ערשטע צען וואפן עקספארטירער איבער די וועלט.

די קאנטראקטן רעכנט אריין א 1.6 ביליאן דאלערדיגע קאנטראקט מיט אינדיע וואס איז באצייכנט געווארן אלס די גרעסטע קאנטראקט אין מדינת ישראל׳ס היסטאריע.

אזוי אויך האט מדינת ישראל געשלאסן גרויסע קאנטראקטן צו פארקויפן  אירע גענוצטע מיליטערישע פליגער פאר לענדער אין אייראפע.

רוב פון די קאנטראקטן זענען אבער נישט באקאנט וויבאלד עס איז קלאסיפיצירטע מילטערישע אינפארמאציע

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל