סיטי האל האט אנגעבליך מיסברויכט עטליכע מיליאן דאלאר אין פעדעראלע געלטער, ווען די סיטי האט איבערגעגעבן געלטער צו אזעלכע וועלכע זענען נישט נאכגעקומען די נויטיגע פארשריפטן צו זיין בארעכטיגט דערצו.

עס האנדלט זיך אין דעם אזויגערופענעם 'מעיאר'ס פאנד', וועמענס ציל איז צו פינאנצירן וואוילטעטיגע סיטי האל פראיעקטן, אבער לויט דער באשולדיגונג האט די שטאט צווישן 10' און 15' איבערגעגעבן 4.6-מיליאן דאלאר צו קערפערשאפטן וואס זענען נישט געווען קוואליפיצירט צו געניסן פון דעם פאנד.

איין אזא ביישפיל איז, ווען די שטאט האט געגעבן געלט צו א קאמפאני מיט'ן נאמען 'מעדיסאן סטרעטעדזשיס גרופ', וועלכע האט אריבערגעפירט דאס געלט צו א צווייטער פירמע, 'גרענט אסאסיעיטס'. 'מעדיסאן' איז געווען רעגיסטרירט אלס א נישט-פאר-פראפיט קאמפאני, אבער איז אין סך הכל געווען א פאלשע פירמע, וואס האט געדינט אלס צודעק פאר 'גרענט', וועלכע איז יא א פאר-פראפיט פירמע.

ביידע מעיארס, בלומבערג און דעבלאזיא, וועלכע זענען געווען אין אמט דורכאויס די פינף יאר לייקענען די באשולדיגונגען און טענה'ן, אז די פעדעראלע רעגירונג האט באשטעטיגט דעם באשלוס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל