פירנדע כאמאס פיגור דערשאסן אין מאלאזיע
א וואפן-עקספערט וואס האט צוגעשטעלט ראקעטס און דראָונס פאר 'כאמאס' איז דערשאסן געווארן אין דער הויפטשטאט פון מאלאזיע.

פאַדי מוכאמאד אל-באַטאַש איז געווען דער הויפט אינזשעניר פאר דער טעראר גרופע, פאר וועלכער ער האט צוגעשטעלט ראקעטס און אנדערע וואפנס וואס כאמאס ניצט אין אירע אטאקעס קעגן מדינת ישראל.

כאמאס האט באשולדיגט דאס מדינת ישראל געהיים-דינסט, 'מוסד', אין דורכפירן דעם אטענטאט און געדראעט מיט נקמה.

לויט באריכטן פון עזה, וואס געפינט זיך אונטער קאנטראל פון כאמאס, איז דער אינזשעניר איז ארויסגעקומען פון א מאסק ווען צוויי מענטשן אויף א מאטאר-ביציקל האבן אים באהאגלט מיט קוילן.

די מאלאזישע רעגירונג האט אנגעווארפן די שולד אויף "אויסלענדישע אגענטן" און פארעפנטליכט א סקיצע פון די וואס זאלן האבן דורכגעפירט דעם אטענטאט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל