אין די לעצטע אויסגאבע האבן מיר אויסגערעכנט די פילע בענעפיטן וואס מען האט פון רעגלמעסיג מאכן איבונגען.

עס העלפט קעגן דעפרעסיע און סטרעס. עס שטארקט די מוסקלן און ביינער. עס מאכט אייך שלאפן בעסער. עס פארבעסערט אייער אויסזען. עס מאכט אייך פרישער און מער ענערגיש. עס העלפט פארמיידן כראנישע מחלות. און נאך א רייע געזונטהייט בענעפיטן.

די מעדיצינישע וועלט קומט כסדר ארויס מיט פרישע אנדעקונגען וועלכע צייגן אז איבונגען איז נאך וויכטיגער ווי מען האט פריער געוויסט, און די געזונטהייט בענעפטין זענען פיל מער ווייטגרייכנד ווי מען אמאל געוויסט.

בילד




פארשידענע סארט איבונגען

מיר ווילן אין קורצן איבערקוקן די 5 פארשידענע סארט איבונגען וועלכע איז איבערגעשמועסט געווארן אינעם פריערדיגן ביילאגע:

ערבאטישע איבונגען - איבונגען און אקטיוויטעטן וועלכע פארשנעלערן דעם אטעם און די הארץ ראטע, וואס טוט פארשטערקערן דאס הארץ און די לונגען, און העלפט אויך פאר די בלוט צירקולאציע צו די מוסקלן. דאס רעכנט אריין לויפן שנעל אדער אנדערע פיזישע אקטיוויטעטן.

מוסקלען איבונגען - דאס ווערט געטון דורך הייבן שווערע וואג, די וואג קען אויך זיין די אייגענע קערפער דורך זיך ארויפשלעפן אויף א שטאנג (פול-אפ׳ס) אדער זיך הייבן און נידערן אויף דער ערד (פוש-אפס).

בויך איבונגען - איבונגען צו פארשטערקערן די מוסקלן אינעם בויך, דאס העלפט פאר זייער אסאך זאכן, אריינגערעכנט פארשטערקערן דעם פארדייאונגס סיסטעם, דאס ווערט געטון דורך נוצן די בויך מוסקלען צו באלאנסירן דעם קערפער.
זיך אויסציען - אויסציען די ביינער און די קערפער, דאס געט פאר די קערפער מער בויגזאמקייט וואס העלפט שטארק אויף די עלטער ווען עס איז שווער זיך צו בייגן.

באלאנס איבונגען - פארשטערקערן דעם קערפערליכן באלאנס דורך לייגן געוויכט אויף איין זייט קערפער.

איר מוזט נישט אנהייבן מיט אסאך
אן אפטע טעות וואס מען מאכט ביים אנהייבן איבונגען איז אז בלויז עטליכע מינוט איבונגען מאכט סיי וויי נישט אויס, און וויבאלד מען האט נישט אייביג די צייט צו מאכן טעגליכע איבונגען טוט מען עס אינגאנצן פארנאכלעסיגן. אבער דאס איז א גרויסער טעות, עס איז אייביג גוט צו אנהייבן מיט אפילו צען מינוט און נאכדעם וואס מען שפירט די פאזיטיווע עפעקט ברענגט עס חשק צו מאכן מער איבונגען.

בילד

איבונגען קען מען מאכן איבעראל
אזוי אויך מיינט נישט איבונגען דווקא געוויסע קאמפליצירטע איבונגען וועלכע פאדערט אסאך כח אדער קאנצעטראציע. מיר האבן אומצאליגע געלעגנהייטן צו נוצן דעם קערפער יעדן טאג און מאכן איבונגען, איר קענט מאכן א רוטין פון גיין מער צופיס אנשטאט פארן מיט די קאר, און שפאנען שנעל צו מאכן עראבאטישע איבונגען.

איר קענט נעמען א 5 מינוטיגע ״בריסק-שפאציר״ אינדערהיים, דאס מיינט שפאנען מיט שנעלע טריט און דערביי הייבן די קערפער און די הענט, אדער קענט איר אפילו שפרונגען אויפ׳ן פלאץ פאר 5-10 מינוט.

איר קענט מאכן א רוטין פון עטליכע פוש-אפס פאר׳ן גיין שלאפן, אדער אפילו אין בעט זענען דא פארשידענע איבונגען וועלכע מען קען מאכן ווי צ.ב.ש. אויפהייבן די פוס אין די הייעך ארויף און אראפ צו שטארקן די היפטן.

ווען איר דארפט ווארטן ביי א דאקטאר אדער פאר אן אפוינטמענט, פרעגט ווילאנג בערך איר האט נאך צו ווארטן, און אנשטאט נעמען ליין מאטריאל כאפט א שפאן ארום דעם בלאק עטליכע מאל ביז עס קומט אייער רייע.

ווען איר קומט אן ערגעץ און איר קענט אויסוועלן צווישן גיין שטיגן און נעמען דעם עלעוועיטאר נוצט אויס די געלגענהייט און שפאנט ארויף די שטיגן, אויב מעגליך אפילו צוויי טרעפלעך אויף איינמאל.

ווען איר גייט צו א חתונה, שעמט אייך נישט און גייט אריין צו די רינג פון די יונגע בחורים און טאנצט אביסל לעבעדיג, עס איז געזונט און איר וועט אייך פילייכט שפירן מער אויפגעלייגט אויך און גלייכצייטיג משמח זיין חתן וכלה.

גרינגע איבונגען צו מאכן פון דערהיים פאר אנהייבער
איבונגען איז קריטיש וויכטיג, עס מאכט אייך שפירן מונטער און פריש, אבער עס איז גאנץ שווער צו איינפעדימן א רוטין פון איבונגען, מיינסטנס מענטשן פאלן דורך איינמאל און נאכאמאל ביז זיי פעדימן איין א פעסטע געוואוינהייט פון מאכן רעגולארע איבונגען.

פאלגנד זענען א רייע גרינגע איבונגען וועלכע זענען לייכט און עפעקטיוו, און יעדער איינער קען זיי מאכן פון אינדערהיים. מען דארף נישט האבן קיין מאשינען אדער אינסטרומענטן פון דעם דשים זיי צו מאכן, און זיי זענען די זעלבע עפעקטיוו.

די קונץ איז אנשטאט צו נוצן וואג, אדער לויפן אויף א טערדמיל, קען מען נוצן די וואג פון די אייגענע קערפער אלס א מיטל צו דורכפירן איבונגען, איר קענט זיי מאכן יעדן טאג פאר ארום א האלב שעה, אזוי ווי געזונט עקספערטן רעקאמענדירן.

שטארק אייער בויך און רוקן מוסקלען

לייגט אייך אראפ אויף א האנטוך אדער קאצל אויף דער ערד מיט׳ן פנים אראפ, שפרייט אויס די האנט אינגאנצן העכער אייער קאפ ביז זיי קומען זיך צוזאם פון פארנט, און גלייכצייטיג האלט די פוס צוזאם גלייכערהייט.

אטעמט אריין טיף און הייבט אויף די הענט און די פוס (פון די קניען, אן זיי צו בייגן, און די זעלב ביי די הענט אן צו בייגן די עלנבויגן) סימולטאניש אויף ארויף און האלט אייך אן בלויז אויף די מוסקלן פונעם בויך, און דעם קאפ הייבט אויף אביסל צו קוקן קענגאיבער.

ווען איר לייגט אראפ די הענט און די פוס מאכט עס שטייטערהייט ווידער אן צו בייגן די הענט ביי די עלנבויגן אדער די פוס ביי די קניען.

שטארקט די ארעמ׳ס ברוסטקאסטן, פלייצעס. (פוש אפ׳ס)לייגט אייך אראפ פלאכערהייט, בייגט די הענט אז ביידע הענט זאלן די האנט פלאך זיין אויסגעדרייט אויף אראפ אויף די צוויי זייטן פון אייער פלייצע. די הענט זענען עטוואס אפגעריקט פון קערפער.  דאן לענט אן אייער קערפער אויף די צוויי הענט.

האלט די פוס צוזאם מיט די שפיץ אויף אראפ, און דאן היייבט אויף אייער קערפער ארויף און אראפ נוצנדיג בלויז די הענט, אן צו בייגן די קניען. די עלנבויגן גייט אויף ארויס ווען איר לייגט זיך אראפ און די הענט ווערט אינגאנצן גלייך ווען איר הייבט זיך אויף.

מאכט זיכער ביים זיך הייבן און אראפלייגן אז אייער קערפער בלייבט גלייך, און בייגט זיך נישט די קניען אדער די היפטן. ביים זיך בייגן מאכט זיכער אז איר לייגט זיך גענצליך אראפ ביז אייער פנים ריקט אן די ערד אדער דעם קאצל.

מאכט עס איבער נאכאמאל און נאכאמאל, עס דארף נישט זיין שנעל און איבערגעשטרענגט, מאכט עס איבער ווילאנג איר שפירט אז ער האט נאך כח.

אויב איז אייך שווער עס צו מאכן ליגנדיג אינגאנצן קען מען אנהייבן מיטן לייגן די הענט אויף א פוסן בענקל אדער סיי וועלכע אביעקט גענוג ברייט און שטארק צו האלטן דעם קערפער.

מען קען מאכן דעם זעלבן איבונג פראצעדור אויך צו שטארקן די בויך מוסקלן, דורך לייגן אויף די קניען און די אונטערשטע חלק פון די פוס אויף ארויף און זיך הייבן און אראפלייגן ליגנדיג אויף די הענט און די קניען. מען קען אויך זיך אנלענען אויף א טיש אדער קאונטער אויב עס איז שווער.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל