ווייניג זאכן זענען אזוי וויכטיג און געזונט ווי מאכן רעגלמעסיגע פיזישע איבונגען, די מעדיצינישע וועלט איז פאראייניגט אז איבונגען קענען פארמיידן מחלות, שטארקן דעם קערפער, און עס קען אויך האבן א פאזיטיווע עפעקט אויף די גוסטע און גייסטישע צושטאנד.

רעגלמעסיגע איבונגען אינאיינעם מיט א גומומטיגע צוגאנג צום לעבן זענען העלפן בלייבן פריש און מונטער אויף דער עלטער, דער גאון ישראל און פוסק הדור בעל שבט הלוי זצוק״ל האט ביז זיינע לעצטע יאר געמאכט איבונגען און געזאגט אז עס גייט אריין אין ״ונשמרתם מאוד לנפשותיכם״

בילד



אין די לעצטע יארן האבן אומצאליגע שטודיעס געצייגט אז איבונגען איז די בעסטע וועג צו פארמיידן פארשידענע קרענק, אבער האט נאך צענדליגע מעלות, פאלגנד איז א ליסטע פון 10 געזונטהייט בענעפיטן וואס מען קען האבן פון רעגלמעסיגע איבונגען:

עס מאכט אייך גוט אויפגעלייגט - פילע שטודיעס צייגן אז איבונגען טוט רעדוצירן סטרעס און אומעטיגקייט. ווען מען מאכט פיזישע איבונגען טוט עס באלאנסירן כעמיקאלן אינעם מח וועלכע ברענגען סטרעס און דיפרעסיע ווען זיי זענען אומבאלאנסירט, און אזוי אויך טוט עס העלפן דעם מח פראדוצירן מער סאראטאנען וועלכע איז א נאטורליכע אנטי-דעפרעסיע הארמאן.

פארלירן וואג - די קערפער פון א מענטש טוט איינטוישן דאס עסן אין ענערגיע, די ענערגיע ווערט צוטיילט אין דריי, איין חלק פאר׳ן פארדייען דאס עסן, איין חלק צו העלפן אלע קערפערליכע פונקציעס ווי הארץ קלאפן וכדו׳, און איין חלק פאר פיזישע אקטיוויטעטן. אויב טוט מען ווייניג פיזישע אקטיוויטעטן זעט די קערפער אז זי דארף נישט קיין סך ענערגיע פאר פיזישע אקטיוויטעטן און דעריבער וועט דאס עסן פארוואנדלט ווערן אין פעטנס אנשטאט ענערגיע. אזוי אויך טוט די איבונגען פארבעסערן דעם מעטאבאלישן סיסטעם וואס האט אן אויטמאטשיע עפעקט פאר א בעסערע פארדייאונגס סיסטעם.

שטארקן די מוסקלן און ביינער - איבונגען שטארקט די מוסקלן און ביינער, ווען מען נעמט אריין די ריכטיגע צאל פראטין יעדן טאג טוט די איבונגען פיזיש גרעסער מאכן און שטערקער מאכן די מוסקלן, א זאך וואס האט פילע געזונט בענעפיטן, און אזוי אויך טוט עס פארשטערקערן די ביינער, דאס ברענגט דערצו אז מען ליידט פון ווייניגער רוקן ווייטאג, שלעפעריגקייט און פארמאטערטקייט. און קען אויך פארמיידן ביינער קראנקהייטן וואס מאכט זיך אויף די עלטער.

מאכט אייך פריש און מונטער - פילע מענטשן ליידן כסדר פון שלעפעריגקייט און מידעקייט, נישט קיין חילוק וויפיל זיי שלאפן. דאס נעמט זיך פון א אומבאלאנסירטע ענערגיע אין די קערפער וועלכע שלעפט אייך אראפ. פילע שטודיעס און מעדיצינישע פראבעס האבן געצייגט אז מענטשן וואס האבן געליטן פון כראנישע מידעקייט זענען גענצליך אויסגעהיילט געווארן דורך רעגלמעסיגע איבונגען.

פארמיידט כראנישע מחלות - אומצאליגע שטודיעס האבן געצייגט אז איבונגען קען גענצליך פארמיידן כראנישע מחלות ווי דייעביטיס און כראנישע בלוט דרוק, די איבונגען טוען פארבעסערן די בלוט צירקולאציע און אזוי ארום העלפט עס צו אויסרייניגן די בלוט פון שעדליכע באצילן וואס ברענגען פארשידענע פראבלעמען.

פארבעסערט אייער אויסערליכע אויסזען - איבונגען העלפט אייך נישט בלויז צו שפירן יונגער, נאר אייגנטליך אויך צו אויסזען יונגער, פילע שטודיעס צייגן אז מענטשן וואס טוען רעגלמעסיג מאכן איבונגען האבן א געזונטערע און פרישערע הויט און זייער פנים קוקט אויס יונגער ווי זייער עלטער. דאס קומט אויך צוליב דעם וואס איבונגען העלפט פאר די בלוט צירקולאציע צו אנקומען צו שוואכערע בלוט צעלן וועלכע געפונען זיך ביי די הויט.

עס העלפט פאר׳ן מח און זכרון - איבונגען קען אייך העלפן טראכטן בעסער און שארפער, און אויך געדענקן בעסער. דאס קומט וויבאלד ביים מאכן איבונגען פליסט מער בלוט צום מח וואס שיקט מער אקסידשען צום מח, א זאך וואס פרישט אויך די מח צעלן, און פארמיידט דאס אפשטארבונג פון צענדליגע טויזנטער מח צעלן וואס שטארבן יעדן טאג.

א בעסערע שלאף - א קורצע סעסיע פון איבונגען יעדן טאג קען דראמאטישע פארבעסערן די קוואליטעט פון אייער נאכט שלאף, דורך אויסנוצן די פיזישע ענעריגע מיט איבונגען טוט עס העלפן פאר די קערפער זיך צו בארואיגן ביינאכט און לאזן דעם מח זיך אויסרוען, א שטודיע צייגט אז 150 מינוט א וואך פאר איבונגען טוט פארבעסערן די שלאף קוואליטעט מיט 65% אדער מער. עס האט אויך געצייגט אז עס קען העלפן פאר עלטערע מענטשן וואס ליידן פון כראנישע שלאפלאזיגקייט

עס פארמינערט שמערצן - מענטשן וואס ליידן פון כראנישע שמערצן קענען זייער געהאלפן ווערן פון איבונגען, פאר פילע יארן איז נישט געווען קיין שום היילונג פאר פארשידענע כראנישע ווייטאגן, ווי רוקן ווייטאג און נאך. אין די לעצטערע יארן ווערן הונדערטער טויזנטער ליידנדע געהאלפן דורך רעגלמעסיגע איבונגען, די איבונגען העלפט דעם מח זיך קעגנשטעלן דעם ווייטאג, און טוט אויך העלפן די ליידנדע צו אנטוויקלן א טאלעראנץ פאר שמערצן.

עס שטארקט דאס הארץ און די לונגען - איבונגען טוט נישט בלויז שטארק מאכן ביינער און מוסקלען נאר אויך די אינערליכע ארגאנען ווי די לונגען און דאס הארץ, רעגלמעסיגע איבונגען רייניגט אויס די אדערן און טוט אויך פיזיש פארשטערקערן די מוסקלען ביי די הארץ און די לונגען, א זאך וואס האט אומצאליגע געזונהייט בענעפיטן און קען פארמיידן הארץ אטאקעס און נאך. דאס פארשטערקערן די לונגען העלפט העכערן די צאל אקסיגאן וואס מען נעמט אריין, א זאך וואס האט אויך שטארקע געזונהייט בענעפיטן.

וויכטיגע סארט איבונגען

עס זענען דא צענדליגע און אפשר הונדערטער וועגן וויאזוי צו מאכן איבונגען, אבער פאלגנד איז א ליסטע פון עטליכע וויכטיגע איבונגען וועלכע זענען גאר געזונט און גרינג צו מאכן.

ערבאטישע איבונגען - דאס זענען איבונגען און אקטיוויטעטן וועלכע פארשנעלערן דעם אטעם און די הארץ ראטע, עס איז וויכטיגע פאר פארשידענע קערפערליכע פונקציעס, און עס טוט פארשטערקערן דאס הארץ און די לונגען, און העלפט אויך פאר די בלוט צירקולאציע צו די מוסקלן. דאס רעכנט אריין לויפן שנעל אויף די גאס אדער אינדערהיים אויף א לויף-מאשין, אדער אפילו מארשירן אויפ׳ן פלאץ. פארן אויף א ביציקל, שווימען, און נאך אזעלכע אקטיוויטעטן. געזונהייט עקספערטן זאגן אז עס איז ראטזאם צו מאכן אזעלכע אקטיוויטעטן אמווייניגסטנס 150 שטונדן דורכאויס יעדע וואך.

מוסקלען איבונגען - ווען מיר ווערן עלטערן פארלירן די מוסקלן זייער שטארקייט, די שטארקייט פון די מוסקלן איז נישט בלויז וויכטיג אויף צו שלעפן שווערע פעקלעך אדער טון שווערע ארבייט, עס פעלט זיך אויס פאר׳ן געזונט צו האבן געזונטע מוסקלן. די איבונגען העלפן רעדוצירן בלוט דרוק, און פארמינערט ווייטאג און מידעקייט. דאס ווערט געטון דורך הייבן שווערע וואג, די וואג קען אויך זיין די אייגענע קערפער דורך זיך ארויפשלעפן אויף א שטאנג (פול-אפ׳ס) אדער זיך הייבן און נידערן אויף דער ערד (פוש-אפס). עס איז ראטזאם זיך צו מאכן א געוואוינהייט דאס צו טון יעדן טאג פאר ארום צען מינוט אינדערפרי און צען מינוט ביינאכט. 

בויך איבונגען - עס איז אויך וויכטיג צו מאכן איבונגען צו פארשטערקערן די מוסקלן אינעם בויך, דאס העלפט פאר זייער אסאך זאכן, אריינגערעכנט פארשטערקערן דעם פארדייאונגס סיסטעם, דאס ווערט געטון דורך שטיין אויפ׳ן פלאץ און זיך בייגן פארנט און צוריק און זייטוועגס נוצנדיג די מוסקלען פונעם בויך, עס קען אויך געטון ווערן זיצנדיג אויף א בענקל בשעת די ארבייט דורך אויפהייבן די פוס אין די הייעך און נוצן דערביי די מוסקלן פון די בויך.

זיך אויסציען - עס איז וויכטיג פאר די ביינער און פאר די מוסקלן צו אויסציען דעם קערפער, אויב ציהט מען זיך נישט אויס בלייבט ענעריגע צווישן די ביינער (דשוינטס) און קען טיילמאל פירן צו כראנישע ווייטאג, עס געט פאר די קערפער מער בויגזאמקייט וואס העלפט שטארק אויף די עלטער ווען עס איז שווער זיך צו בייגן. עס זענען דא פארשידענע מעטאדן וויאזוי דאס צו טון, עס איז גוט צו מאכן א טעגליכע רוטין פון אויסציען די ביינער פון די הענט און די פוס, און אזוי אויך דעם גאנצן קערפער.

באלאנס איבונגען - די קערפערליכע באלאנס איז איינע פון די גאר וויכטיגע פאקטארן אין געזונט, אנהאלטן א גוטע באלאנס ברענגט נישט בלויז מער פלינקקייט און פרישקייט נאר קען - לויט געוויסע שטודיעס - פארמיידן ערנסטע מחלות. עס זענען דא פארשידענע וועגן וויאזוי צו פראקטיצירן באלאנס איבונגען, די גרינגסטע איז פשוט צו שטיין אויף איין פוס אין אויסשטרעקן די פארקערטע האנט אין די הייעך און זיך בייגן דאס מערסטע מעגליך, צום ביישפיל: שטייט אויף די רעכטע פוס און הייבט אויף די לינקע האנט אין די הייעך און דאן בייגט דעם לינקן האנט צו לינקס דאס מערסטע וואס איז מעגליך און דאן פארקערט.

שטרענגט אייך נישט איבער!

ביים מאכן איבונגען איז וויכטיג צו זיין וואכזאם צו די רעאקציע פונעם קערפער, איבונגען טאר נישט צופיל איבערשטרענגען, און אזוי אויך דארף מען קענען אטעמען נארמאל ביים מאכן איבונגען, טראץ וואס די אטעם ריטם איז שנעלער ווי געווענליך איז וויכטיג צו אטעמען נאטורליך און רעגולירן דעם אטעם אויף א נארמאלן פארנעם.

אויב שפירט מען אז א געוויסע סארט איבונג איז צו שווער איז בעסער דאס נישט צו טון נאר נאכ׳ן זיך דורכרעדן מיט א ספעציאליסט, ספעציעל עלטערע מענטשן אדער אזעלכע וועלכע ליידן אויף הארץ פראבלעמען.





גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל