אין צוזאמהאנג מיט מדינת ישראל'ס זיבעציגסטן אומאפהענגיגקייטס טאג, האט די 'ביורא פון סטאטיסטיקס' פארעפנטליכט אן אפשאצונג וואס זאגט פאר אז צום 120סטן יארטאג, אין 65', וועט די באפעלקערונג אין לאנד באשטייט פון צוואנציג-מיליאן נפשות.

לויט דער סטאטיסטיק, איז די באפעלקערונג אין לאנד געוואקסן צען-פאכיג זינט דער גרינדונג פון מדינת ישראל אין 48', און פון די ארום-900-טויזנט מענטשן איז די באפעלקערונג אנגעקומען צו 8.84-מיליאן היינט-צו-טאג.

דער גרעסטער רוב פון דער באפעלקערונג, א קארגע זיבן-מיליאן מענטשן, זענען אידן, מיט א צוגאב פון בערך 1.8-מיליאן אראבער.

א גרויסן חלק פונעם באפעלקערונג וואוקס איז צום פארדאנקען דער אימיגראציע פון הונדערטער טויזנטער אידן, צוערשט אין די פופציגער יארן און שפעטער אין די ניינציגער יארן, ווען הונדערטער טויזנטער רוסישע אידן האבן עולה געווען נאכ'ן פונאנדערפאל פונעם סאוועטן פארבאנד.

רוב עולים אין די לעצטע צענדליגער יארן זענען געקומען פון רוסלאנד, אוקראינע, פראנקרייך, די פאראייניגטע שטאטן, עטיאפיע, און ענגלאנד.

די זעלבע סטאטיסטיק ווייזט אויך, אז 56 פראצענט פון דער באפעלקערונג באצייכנט זיך אלס רעליגיעז אדער טראדיציאנאל, מיט בלויז 44 פראצענט וואס באצייכענען זיך אלס 'סעקולער'.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל