אן אראבער מיט מדינת ישראל בירגערשאפט איז פאראורטיילט געווארן צו צוויי יאר תפיסה צוליב זיינע פלענער זיך אנצושליסן אין אייסיס און דורכפירן א טעראר אטאקע קעגן דער אמעריקאנער אמבאסאדע וואס וועט זיך אין די קומענדיגע וואכן עפענען אין ירושלים.

דער 22-יעריגער אראבער איז געפונען געווארן שולדיג אין א ריי פראבעס פון קאנטאקטן אייסיס מיט'ן ציל פון זיך אנשליסן אין דער טעראר גרופע.

איינער פון זיינע ערשטע צילן נאכ'ן זיך אנשליסן אין אייסיס האט געזאלט זיין די נייע אמעריקאנער אמבאסאדע אין ירושלים, וואס איז געפלאנט געעפנט צו ווערן קומענדיגן חודש.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל