דער פרעזידענט וועט פארלאנגען פון צפון קארעא פטור צו ווערן פון אירע נוקלעארע וואפנס איידער'ן מסכים זיין צו באזייטיגן די סאנקציעס וואס זענען אויף איר ארויפגעלייגט געווארן.

דער באריכט קומט פון א קוואל אין צפון קארעא, וועלכער האט צוגעלייגט אז קים יאנג און האט איינגעזען אז ס'איז אים בעסער איינצושטעלן גוטע באציאונגען מיט אנדערע לענדער, ווי איידער פארזעצן אויף זיין ביז-יעצטיגן מהלך.

דרום קארעא האט פריער געזאגט, אז איר שכן פון צפון איז גרייט צו דיסקוסירן די מעגליכקייט פון ארויסווארפן איר נוקלעארן ארסענאל דורכאויס דעם בעפארשטייענדן אמעריקע-קארעא סאמיט, אבער זענען נישט געקומען קיין קלארע הבטחות.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל