דעם פרעזידענט'ס דירעקטאר פאר לעגיסלאטיווע ענינים, מארק שארט, האט דערקלערט אז דער ספעציעלער אויספארשער, ראבערט מולער, האט אריבערגעקרויזט די גרעניץ פון זיין אריגינעלע אויפגאבע, וואס איז באשטאנען אינעם אויספארשן די מעגליכקייט פון רוסישער אינטערווענץ אין די פרעזידענטליכע וואלן.

ווען אנגעפרעגט דורך א זשורנאליסט צי דער פרעזידענט טראכט וועגן אפזאגן מולער אדער דעפיוטי אטוירני דזשענערעל, ראד ראזנשטיין, פון אמט, האט שארט זיך ארויסגעדרייט פון געבן א קלארן ענטפער.

"מיר האלטן אז די אויספארשונג איז געגאנגען פיל ווייטער ווי די אריגינעלע כוונה, וואס איז געווען אויסצופארשן אויב רוסלאנד האט זיך אריינגעמישט אין דעם וואל-קאמפיין," האט שארט דערקלערט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל