קאליפארניע – נעכטן נאכמיטאג האט מען געהערט, אז דער קאראוואן פון אימיגראנטן פון עטליכע צענטראל-אמעריקאנער לענדער, איז ענדליך אנגעקומען צו דער גרעניץ צווישן מעקסיקא און אמעריקע. מען האט געזען שוין נעכטן פארנאכטס וויאזוי עטליכע מיטגלידער פונעם קאראוואן זענען אריבערגעקראכן דעם צוים וואס טיילט אפ סאן סידרא, קאליפארניע פון טיכואנא, מעקסיקא, אבער א מערהייט פון די מיטגלידער פונעם קאראוואן זאגן, אז זיי וועלן נישט אריבערקריכן די גרעניץ אומלעגאל, נאר וועלן אפעלירן פאר פליטים-סטאטוס און פאליטישע שוץ ביי די פעדעראלע גרעניץ וועכטער. למעשה האט מען נעכטן נישט געזען קיין שום אנוועזנהייט פון די נעשאנעל גארדס אדער גרעניץ פאטראל אגענטן ביים ארט וואו דער קאראוואן איז אנגעקומען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל