מעין – א פארשוין וועלכער ווערט באשולדיגט אין אומברענגען א פאליציי שעריף, איז ארעסטירט געווארן שבת אינדרויסן פון א קליינער הייזקע אין א וואלדיגן ראיאן אין מעין, ברענגענדיג אן ענדע צו א פיר טאגיקן געיעג און זוכעניש נאך יענעם. דער פארשוין איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דער 29 יעריגער דזשאן וויליאמס, און ער איז געזוכט געווארן אין פארבינדונג מיט דעם וואס ער האט געהאט א קריגעריי פארגאנגענע אנהייב וואך, מיט עטליכע פאליציי אפיצירן אין נארידזשוואק, מעין, וואו וויליאמס האט פאטאל געשאסן און אומגעברענגט אפיציר יודזשין קאול. איבער 200 אפיצירן פון פעדעראלע, סטעיט און לאקאלע דעפארטמענטס האבן געארבעט צו זוכן וויליאמס, און באזירט אויף אינפארמאציע פון לאקאלע איינוואוינער, האט מען אים סוקסעספול ארעסטירט אנע אינצידענט.
הוסף רשומת תגובה