מישיגען – פאליציי אין דעטרויט האבן ארויסגעגעבן א פארלאנג, אז אקטיוויסטן זאלן אפשטעלן די פעינטבאל אטאקעס איבער דער שטאט, וואס האט שוין געפירט צו זעקס ארעסטן אין די לעצטע פאר טעג. די פעינטבאל אטאקעס איז אונטערגענומען געווארן דורך גאן קאנטראל אקטיוויסטן, וועלכע פארפירן אז מען זאל אויפהערן מיט נאכאנאנדע שיסערייען, און אויב וויל מען יא שיסן, זאל מען שיסן מיט די אומשעדליכע פעינטבאלס. למעשה זאגן די פאליציי אז פילע קארס, פראפערטיס און געביידעס האבן שוין געליטן שאדנס פון די פעינטבאלס, ווערנדיג פארשמירט און שמוציג, און די פאליציי האט אין די לעצטע פאר טעג ארעסטירט זעקס יוגענטליכע פאר וואנדאליזם קלאגעס, פאר'ן נוצן די פעינטבאלס. די פאליציי זאגט אז זיי וועלן זיך באגיין מיט'ן הארבסטן אויב זיי כאפן עמיצן שפריצן מיט א פעינטבאל אין גאס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל