וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט געזאגט, אז ער וויל נקמה נעמען אינעם דעמאקראטישן סענאטאר וועלכער האט אנגעפירט דעם קאמפיין קעגן ראני דזשאנסאן – טראמפ'ס נאמינירטער אנצופירן די וועטעראנס אפעירס דעפארטמענט – נאכדעם וואס דזשאנסאן איז געווען געצוואונגען טאקע צוריקצוציען פון דער נאמינאציע. דער קאמפיין איז אנגעפירט געווארן דורכ'ן דעמאקראטישן סענאטאר דזשאן טעסטער, און טראמפ האט ביי זיין רעדע אין מישיגען געזאגט, אז סענאטאר טעסטער מוז זאפארט רעזיגנירן פאר'ן פארשפרייטן ליגנטס קעגן דזשאנסאן. למעשה האט מען נעכטן געהערט פונעם רעפובליקאנער קאנגרעסמאן טרעי גאודי, אז די באשולדיגונגען קעגן דזשאנסאן זענען גענוג ערנסט אז מען זאל גרינדן א קאנגרעס אויספארשונג איבער דעם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל