ניו יארק – דער מאסיווער שניי שטורעם וואס האט געזאלט זיך אנהייבן נעכטן נאכט, איז דערווארט צו ברענגען קורצשלוסן פאר פרישע הונדערטער טויזנטער אמעריקאנער בירגער. באאמטע זאגן אז יוטיליטי קאמפאניס האבן אויסגענוצט די מילדע וועטערס אין די לעצטע צוויי טעג, צו פאררעכטן די אומגעפאלענע שטאנגען און דראטן פון דעם לעצטן שניי שטורעם פון פארלאפענעם פרייטאג. יעצט זענען דערווארט פרישע שווערע ווינטן, פון מעגליך 70 מייל פער שעה אין געוויסע געגנטער, וואס וועט אראפווארפן שטאנגען און דראטן וואס זענען אפגעשוואכט געווארן ביים פרייטאגדיגן שניי שטורעם. אין טיילן פון ניו יארק וועט פאלן העכער איין פוס שניי.

זייט פאראויס-באוויסט איבערן וועטער, מיט די וועלטס-בארימטער וועטערבאריכט. שרייבט אייך איין אויף טעלעגראם, וואטסעפפ, טוויטער און אינסטאגרעם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל