אלבאני – דער פראצעס אויף דזשאו פערקאקא, ניו יארק גאווערנאר קאומאו'ס געוועזענער געהילף, האט זיך נעכטן אנגעשטויסן אין פראבלעמען מיט די דזשורי. דער פירער פון די דזשורי איז ארויסגעקומען צום ריכטער און געזאגט, אז די דזשורי מיטגלידער קענען זיך דערווייל נישט פאראייניגן, צי מען זאל דערקלערן פערקאקא שולדיג אדער אומשולדיג, און אויך אז דריי דזשורי מיטגלידער האבן געסטראשעט אפצוטרעטן פון די דזשורי. דער ריכטער האט זיך אבער אנטזאגט פון דערקלערן א מיסטרייעל, און האט פארארדענט אז די דזשורי זאל ווייטער פרובירן ארויסצוקומען מיט א געהעריגן פאראייניגטן אורטייל. מען האט געהערט אז גאווערנאר קאומאו אליינס אטעמט אפ מיט'ן פאקט אז ער איז נישט גערופן געווארן בכלל אויפצוטרעטן אין געריכט אין לויף פונעם גאנצן פראצעס.
הוסף רשומת תגובה