איסלאמאבאד – אינטערנאציאנאלע ריעל עסטעיט מאגנאטן האבן זיך אנגעהויבן ארויפכאפן אויף א ריעל עסטעיט גאלד-גרוב, נעמליך דאס וואס מען זוכט צו קויפן הייזער אין פאקיסטאן. די פאקיסטאנער עקאנאמיע בליעט, אינדערצייט וואס כינע גרייט זיך צו אינוועסטירן פופציג ביליאן דאלאר אין ארטיגע אינפראסטרוקטור פראיעקטן, און די באפעלקערונג וואקסט ווי אויף הייוון, און עס איז אנטשטאנען אן ערנסטער מאנגל אין פרישע הייזער צו קענען פלאצירן די בירגער. איינער פון די ריעל עסטעיט מאגנאטן וועלכע האבן זיך ארויפגעכאפט אין די לעצטע פאר טעג אויפן ריעל עסטעיט מאנגל אין פאקיסטאן, איז דער עגיפטישער ביליאנער נאקיב סאוויריס, וועלכער האט געמאלדן אז ער וועט אינוועסטירן 2 ביליאן דאלאר אין דער שטאט איסלאמאבאד, און דארטן בויען עטליכע מולטי-אפארטמענט קאמפלעקסן אין די קומענדיגע 3 יאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל