קאליפארניע – איינס פון די פראבלעמען מיט די קארס וועלכע דארפן נישט צוקומען צו א דרייווער, זענען "מענטשן". דער "לאס אנדזשעלעס טיימס" באריכטעט אז פון זעקס אינצידענטן וואס האבן פאסירט מיט דרייווערלאזע קארס אין די לעצטע צוויי מאנאטן, זענען אמווייניגסטנס צוויי געווען פעלער וואו מענטשן האבן אטאקירט דעם דרייווערלאזן קאר. איין אזא אינצידענט האט פאסירט אנהייב יאנואר, ווען א "דזשי-עם קרוז" דרייווערלאזע קאר האט געווארט ביי א גרינע-ליכט אז פיסגייער זאלן קענען אריבערגיין, ווען פלוצלינג איז אן אויפגעברויזטער פארשוין געקומען צו לויפן און אריבער די גאס, אריינקלאפנדיג ווילדערהייט אינעם קאר. עס זעט עפעס אויס ווי מענטשן זענען טאקע ערנסט ברוגז אז ראבאטן נעמען אוועק אלע אונזערע מענטשליכע פונקציעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל