נאכדעם וואס פרעזידנט טראמפ האלט זיך ביי דאס זייניגע צו ארויפלייגן שווערע אימפארט שטייערן אויף געוויסע פראדוקטן וועלכע ווערן אימפארטירט פון אייראפע קיין אמעריקע האט די אייראפעישע פאראיין אנגעהויבן א פראצעדור פון פארשלאגן א קאנטער-שטייער אויף אמעריקאנער פראדוקטן וועלכע ווערן עקספארטירט קיין אייראפע. און נאך שריט.

די ״אייראפע קאמיסיע פאר האנדל״ וועלכע פארפיגט איבער האנדל און עקאנאמיע אינעם פאראיין האט ארויסגעלייגט א רייע קאנטער-שריט וועלכע וועלן אריינגיין אין קראפט אויב טראמפ גייט פאראויס מיט זיין אימפארט שטייערן, די שטייערן זענען היינט געמאלדן געווארן דורך די אייראפעישע קאמיסער איבער האנדל פאר׳ן אייראפעישן פארליאמענט.

דאס נעמט אריין שטייערן אויף פראדוקטן וואס אמעריקע עקספארטירט אין די ביליאנען, הויפטזעכליך אגריקולטור פראדוקטן ווי מאראנצן, פינאטס. אזוי אויך א גענצליכע בלאקירונג פון אימפארט פון אמעריקאנער מעטאל און שטאָל.

אויסער דאם האט זי געמאלדן אז זי וועט קלאגן אמעריקע פאר די אינטערנאציאנאלע האנדלס קאמיסיע, זאנדיג אז די שטייערן וואס אמעריקע לייגט זענען אונטער א געזעץ וואס ערלויבט די אדמינסטראציע דאס צו טון צוליב ״נאצינאנאלע זיכערהייט״ און דאס איז אומגילטיג ווען עס קומט צו אייראפע וועלכע איז איליאירט מיט אמעריקע און איז א פריינט אויף די אינטערנאציאנאלע ארענע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל