ארעגאן – די סטעיט ארעגאן איז נעכטן געווארן די סאמע ערשטע סטעיט אין אמעריקע, צו באשטעטיגן ענדגילטיג א נייע גאן געזעץ אין רעאקציע צו דער פלארידע שולע שיסעריי. אין פלארידע און אין עטליכע אנדערע סטעיטס, רוקן זיך פאראויס פארשידענע גאן געזעץ פארשלאגן, אבער ארעגאן איז די ערשטע וואו עס איז שוין א רעאליטעט, דערמיט וואס די ארטיגע גובערנאטארשע האט נעכטן אונטערגעשריבן א נייעם גאן געזעץ, וואס טוט פארשטארקערן א פארבאט צו פארקויפן גאנס פאר אזעלכע פארשוינען וועלכע האבן א היסטאריע פון געשלעגן מיט פאמיליע מיטגלידער, אפילו זיי זענען נישט באגאנגען קיין שום אנדערע ערנסטע פארברעכנס אדער קרימינאליטעטן. ביים אונטערשרייבן דאס געזעץ האט די גובערנאטארשע קעיט בראון דערקלערט, אז עס איז א היסטארישער מאמענט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל