וואשינגטאן – מען האט געהערט פארשידענע אנטוויקלונגען איבער'ן אנגייענדיגן זעלטן-שווערער פלו סעזאן, ווען די פעדעראלע "צענטער פאר דעזיז קאנטראל און פריווענשאן" האט געמאלדן אז אין לויף פון דער פארלאפענער וואך זענען געווען פרישע 17 קינדער פאטאליטעטן פון די פלו, באדייטנדיג אז דער ס"ה פונעם סעזאן איז 114 קינדער פאטאליטעטן. אין דער זעלבער צייט זאגן זיי, אז די ציפערן פון פרישע פלו פעלער האלטן אין איין פאלן, אבער טראצדעם זעט מען נאך אלץ אז די פראצענטן פון וויפיל פריש-אינפעקטירטע ווערן דיאגנאזירט ספעציפיש מיט דער "פלו בי" סארט פלו, טוט שטייגן, וואס דעריבער איז שטארק מעגליך אז מען וועט אין עטליכע וואכן ארום זען א פרישן שפרינג אין פלו פעלער, איידער עס וועט גענצליך פארשוואונדן ווערן און דער סעזאן וועט קומען צו אן ענדע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל