וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס געוועזענער ווייסע הויז שטאב הויפט, רעינס פריבוס, האט נעכטן געגעבן אן אינטערוויו, אין וועלכע ער האט ארויסגעברענגט אינטערעסאנטע שטריכן איבער וויאזוי פרעזידענט טראמפ מאכט שווערע באשלוסן איבער קאמפליצירטע און האקעלע פאליסיס. פריבוס'ס קאמענטארן האט זיך באצויגן איבער טראמפ'ס באשלוס ארויפצושטעלן שטייער-שטראפן אויף אייזן און אלומינום אימפארטס, זאגנדיג "ער שטעלט ארום זיך אזעלכע ראטגעבער וועלכע שטימען נישט איינער מיט'ן צווייטן, און ער שטעלט די צוויי פארנט פון זיך און זאגט זיי 'שלאגט ענק ארום וועגן אימפארט-שטייערן פארנט פון מיר', און די צוויי שלאגן זיך ארום, און די מידיא מאכט א בראטל פונעם געשלעג, אבער עווענטועל ווערט א באשלוס געמאכט. די דראמא איז טאקע אנוועזנד, אבער דאס איז וויאזוי דער פרעזידענט מאכט די בעסטע באשלוסן."

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל