טשארלסטאן – טויזנטער טיטשערס וועלן ווייטער אנהאלטן זייער סטרייק די וואך אין וועסט ווירדזשיניע, נאכדעם וואס ס'איז דורכגעפאלן א דיעל צו זעטיגן זייערע פארלאנגען. איבער א פערטל מיליאן סטודענטן אין דער סטעיט האבן שוין נישט קיין שולע פאר כמעט צוויי וואכן, נאכדעם וואס די טיטשערס יוניאן גרופעס האבן דערקלערט אז זיי זענען נישט צופרידן מיט זייערע געהעלטער און בענעפיטן, און די טיטשערס זענען ארויס אויף א סטרייק. פארגאנגענע וואך האט דער רעפובליקאנער גאווערנאר דזשים דזשאסטיס דערגרייכט אן אפמאך מיט די טיטשערס, אז ער וועט געבן א געהאלט העכערונג פון 5 פראצענט, און ס'האט געהייסן אז דער סטרייק גייט קומען צו אן ענדע. למעשה האט דער ארטיגער סטעיט סענאט אפגעווארפן די 5 פראצענט העכערונג, און נאר באשטעטיגט א 4 פראצענט העכערונג, ברענגענדיג די טיטשערס צו באנייען דעם סטרייק.
הוסף רשומת תגובה