פלארידע – א סקול שיסער וועלכער זיצט אין טורמע נאכ'ן ווערן געפונען שולדיג אויף שיסעריי קלאגעס, האט נעכטן געזאגט אז ער לויבט אויס און שטיצט די סטודענטן פון די פארקלענד, פלארידע סקול, וועלכע פירן יעצט אן דעם נאציאנאלן קאמפיין פאר שטארקערע גאן קאנטראל. די רעדע איז פון דזשאן ראמאנאו, וועלכער איז אין יאר 2004 אריינגעקומען אין זיין ניו יארק הויך-שולע מיט א קליינעם גאן, וועלנדיג דורכפירן א שיסעריי. ראמאנאו איז אנטוואפנט געווארן דורכ'ן פרינציפעל, נאך איידער ער האט געקענט עמיצן אומברענגען, אבער ער איז אויסגעשטאנען הארבע קלאגעס און זיצט ביז'ן היינטיגן טאג דערוועגן. ראמאנאו האט אצינד געשריבן א בריוו צו א לאקאלער צייטונג, שרייבנדיג אז ער איז ביז'ן היינטיגן טאג דאנקבאר פאר'ן פרינציפעל וועלכער האט אפגעשטעלט זיין שיסעריי, און ער לויבט אויס די סטודענטן וואס פירן דעם יעצטיגן גאן-קאנטראל קאמפיין.
הוסף רשומת תגובה