ניו יארק – א שטודיע צייגט, אז אין בלויז די לעצטע דריי יאר, זענען שטאטישע באסעס אין ניו יארק סיטי געווען פארמישט אין איבער 21 טויזנט אינצידענטן. די שטודיע, צוזאמגעשטעלט דורכ'ן ניו יארק פאוסט, צייגט אז פון יאר 2015 ביז היינט, האבן פאסירט 21,835 אינצידענטן מיט "עם-טי-עי" באסעס, וואס באדייט א דורכשניט פון 23 פער יעדן איינציגן טאג, און אמווייניגסטנס 2,520 מענטשן, בערך 3 פער טאג, זענען פארוואונדעט געווארן פון די אינצידענטן. צווישן די ערגערע סיטי באס אינצידענטן וואס האבן באקומען ברייטע דעקונג אין דער לאקאלער מידיא, זענען געווען פערצן פאטאליטעטן, אריינגערעכנט א 25 יעריגער אויף א "סקעיט באורד", א 62 יעריגער פוסגייער, א 60 יעריגער מאטאריסט, און א 70 יעריגער אין א "וואלקער", וועמען א באס האט אראפגעקלאפט און דער דרייווער האט אפגעטראגן פון דער סצענע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל