קאליפארניע – "אפענהיימער", א פירנדע באנק אויף וואל סטריט, האט גענידערט איר שאצונג פאר די ווערד פון וואלמארט סטאקס, אנצייגנדיג אויף שוואכע רעזולטאטן אין וואלמארט'ס קאמף זיך צו דערכאפן פון עמעזאן אין אנליין ריטעיל. וואלמארט האט אין יאר 2017 פארדינט 485 ביליאן דאלאר, וואס איז טאקע מיט 3.1 פראצענט מער ווי א יאר פריער, אבער בלויז 11.5 ביליאן דערפון איז געווען פון אנליין פארקויפונגען, וואס קומט אויס א נישטיגע 1.9 פראצענט פון די גאנצע אמעריקאנער אנליין קאמערץ מארקעט וועלכע באטרעפט די אסטראנאמישע סומע פון 606 ביליאן דאלאר. אין דער זעלבער צייט האט עמעזאן געהאט 219 ביליאן דאלאר אין אנליין סעילס אין יאר 2017, וואס קומט אויס אזויפיל ווי 36.2 פראצענט פון די גאנצע אמעריקאנער אנליין קאמערץ מארקעט.

וואל סטריט אינוועסטירער זעען איין מער און מער, אז וואלמארט'ס פרואוו צו קאנקורירן מיט עמעזאן אנליין, איז דערווייל א דורכפאל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל