סרי לאנקא – אינעם לענדל סרי לאנקא איז נעכטן דערקלערט געווארן א צען טאגיקע "סטעיט אוו עמורדזשענסי", וויבאלד די ארטיגע רעגירונג פרובירט צו בארואיגן און פארשטילן בלוטיגע אנטי-מוסולמענער ראיאטן וועלכע האבן אויסגעבראכן אין דער שטאט קאנדי. די ראיאטן האבן אויסגעבראכן נאכדעם וואס א גרופע מוסולמענער פארשוינען זענען באשולדיגט געווארן אין אומברענגען א בודהיסטישן גלויביגן אין א דערנעבנדיגן שטעטל דיגאנא. בודהיסטישע גלויביגע האבן דאן רעאגירט זייער ווילד, אונטערצינדנדיג מוסולמענער געשעפטן, פון וועלכע אמווייניגסטנס איין מוסולמענער איז אומגעקומען. דאן האבן אויסגעבראכן קעגנזייטיגע געשלעגן, און ביידע זייטן איגנארירן די פאליצייאישע פארארדענונגען, ברענגענדיג צו דער "סטעיט אוו עמורדזשענסי" דעקלעראציע, וואס איז דאס ערשטע מאל וואס אזוינס ווערט דערקלערט, זינט יאר 11' ווען די פארצויגענע ארטיגע בירגער קריג האט זיך געענדיגט.
הוסף רשומת תגובה