דמשק – דאס רוסישע מיליטער האט נעכטן ארויסגעשטעלט א פארשלאג פאר די אנטי-אסאד רעבעלן אין מזרח גועטא, אז זיי באקומען דעם שאנס אין די קומענדיגע פאר טעג, אראפצולייגן זייערע וואפנס און פארלאזן דעם ראיאן אומגעשעדיגט, אן דעם וואס מען זאל זיי ארעסטירן אדער ערגערס. די רוסן זאגן אז יעדער רעבעל וועט ערלויבט ווערן מיטצונעמען זיינע פאמיליע מיטגלידער און פערזענליכן רעוואלווער, און אויך וועלן די רוסן צושטעלן די קארס צו עוואקואירן די רעבעלן ארויס פון מזרח גועטא, צו ערלויבן דעם אסאד רעזשים אריינצוקומען און איבערנעמען קאנטראל. אין א זייטיגן געשעעניש, האט א רוסישער מיליטערישער טראנספארט פליגער אראפגעקראכט אין סיריע, אומברענגענדיג אלע 32 מענטשן דערויף, אבער דאס רוסישע מיליטער זאגט אז עס איז נישט אראפגעשאסן געווארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל