ווארשא – פוילישע צייטונגען האבן נעכטן באריכטעט, אז די אמעריקאנער רעגירונג האט ארויסגעשטעלט אן אומאפיציעלן באיקאט און בלאקאדע אויף דער פוילישער רעגירונג, אין רעאקציע צו דעם וואס דאס קאנטראווערסיאלע האלאקאוסט געזעץ איז אריין אין קראפט מיט עטליכע טעג צוריק. לויט די באריכטן, האט דאס ווייסע הויז געשיקט א שארפן מעסעדזש פאר דער פוילישער רעגירונג, דערקלערנדיג אז נישט דער פוילישער פרעזידענט און נישט דער פרעמיער מיניסטער זענען 'וועלקאם' אין ווייסן הויז פאר א באזוך, אזוי לאנג ווי דאס געזעץ איז אין קראפט. אנדערע באריכטן האבן געצייגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט אויך ארויסצושטעלן עקאנאמישע סאנקציעס אויף פוילן אלס רעזולטאט פונעם קאנטראווערסיאלן געזעץ, אבער די פוילישע רעגירונג האט קאטעגאריש געלייקנט די אלע באריכטן.
הוסף רשומת תגובה