בוענאס איירעס – נעכטן איז קלארגעשטעלט געווארן דורך די ארגענטינער יוסטיץ באאמטע, אז קריסטינא קירשנער, געוועזענע פרעזידענטין אין לאנד, וועט אויסשטיין א פראצעס אין פארבינדונג מיט'ן באמבארדירונג אויפן אידישן אמיא צענטער אין 994'. קירשנער איז פארמישט אין א סקאנדאל אז בשעת זי האט געדינט אלס פרעזידענט, האט זי געשלאסן א געהיימען דיעל מיט איראן, כלומר'שט אנצופירן אינאיינעם מיט זיי אן אויספארשונג איבער דער 994' באמבארדירונג, ווען אין רעאליטעט איז דער דיעל געווען אז קירשנער וועט העלפן איראן פארדעקן סיי וועלכע באווייזן אז דער איראנער רעזשים האט געשטיצט און צוגעהאלפן די טעראריסטן פלאנירן און דורכפירן די באמבארדירונג. א דאטום איז נאכנישט געשטעלט געווארן פאר'ן פראצעס קעגן קירשנער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל