וואשינגטאן – דער "אפיס אוו ספעשל קאונסיל" אינערהאלב דער פעדעראלער רעגירונג, האט נעכטן ארויסגעגעבן א באשולדיגונג אז קעליען קאנוועי, פרעזידענט טראמפ'ס נאענטע ראטגעבערין, האט פארלעצט דאס "העטש" געזעץ. די באאמטע זאגן אז קאנוועי האט אומעטיש און אומלעגאל געמישט אפיציעלע רעגירונג ביזנעס מיט פאליטיק, ווען זי האט אומדירעקט קאמפיינט פאר'ן רעפובליקאנער קאנדידאט ביים ספעציעלן עלעקשאן פאראיאר ביי דעם אלאבאמא סענאט פארמעסט, אנדערש ווי דאס "העטש" געזעץ זאגט קלאר, אז אויסער דער פרעזידענט טאר קיינער נישט מיט קיין הויכע פאזיציע אין דער פעדעראלער רעגירונג ארויסגיין און נוצן זייער פאזיציע פאר פאליטישע צוועקן. די באאמטע האבן געשריבן א בריוו צו פרעזידענט טראמפ איבער קאנוועי'ס פארלעצונג, און יעצט ליגט אין טראמפ'ס הענט צו באשליסן דיסציפלינירונג שריט קעגן קאנוועי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל