יוסטאן – נעכטן זענען אפגעהאלטן געווארן פריימעריס אין טעקסאס, אין בעפארברייטונג צו די מידטוירם וואלן, וואו וויילער פון ביידע פארטייען אין די סטעיט'ס דיסטריקטס זענען ארויסגעקומען שטימען ווער עס זאל לויפן אלס קאנגרעס קאנדידאטן פון זייערע פארטייען ביי די מידטוירם וואלן. טראץ וואס טעקסאס איז א היסטאריש-רעפובליקאנער סטעיט, זעט מען צייכענעס אז עס רוקט זיך צוביסלעך אין ריכטונג פון די דעמאקראטן, און די דעמאקראטישע פארטיי שישקעס זענען זייער קאנפידענט דערמיט.

דעיוו וואסערמאן, פון די בארימטע "קוק פאליטיקעל רעפארט", צייגט אן, אז ווען מען קוקט אויף פריע שטימען פון די טעקסאס פריימערי, דאס הייסט וויילער וועלכע האבן שוין געשטימט אין די פריימעריס בעפאר'ן פאקטישן וואל טאג, זעט מען אז די צאל דעמאקראטן, וואס זענען ארויסגעקומען פרי, איז געשטיגן מיט 105 פראצענט פון די מידטוירם וואלן אין יאר 14', וואס צייגט ענטוזיאזם ביי דעמאקראטישע וויילער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל