לאנדאן – די בריטישע רעגירונג האט נעכטן געלאזט פאלן שארפע סטראשונקעס אין ריכטונג פון רוסלאנד, זאגנדיג אז ענגלאנד וועט נישט בלייבן שטיל, אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז דער געוועזענער רוסישער טאפלטער אגענט, וועלכער איז געפונען געווארן קראנק נאכ'ן אייננעמען א מיסטעריעזן סובסטאנץ אין א בריטישן שאפינג צענטער, איז פאר'סמ'ט געווארן דורך דער רוסישער רעגירונג. סערגעי סקריפאל, וועלכער האט געדינט אלס שפיאן פאר ענגלאנד בשעת'ן ארבעטן אין די רוסישע שפיאנאזש אגענטורן אין די 00' יארן, איז געפונען געווארן אין א באוואוסטלאזן צושטאנד מיט צוויי טעג צוריק, און באלד איז געפאלן דער פארדאכט אז רוסלאנד, וועלכע איז באקאנט אין פאר'סמ'ען זייערע פיינט, איז געשטאנען אונטער דעם. דער בריטישער אויסערן מיניסטער באריס דזשאנסאן האט געזאגט, אז פארלייפיג טייטלט ער נישט מיט'ן פינגער אויף רוסלאנד, אבער אויב ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז דאס איז זייער שטיק, וועט זיין דערויף ערנסטע קאנסעקווענצן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל