פיאנגיענג – א היסטארישער דורכברוך איז געווען נעכטן צו הערן פון דער קאמוניסטישער צפון קארעא, אז זיי זענען גרייט צו דיסקוסירן מיט אמעריקע די מעגליכקייט פון גענצליך אויפגעבן אירע נוקלעארע וואפנס, אין אויסטויש אז די אמעריקאנער רעגירונג וועט פארשפרעכן די פארזיכערונג פון די קים דינאסטיע'ס קאנטראל אויף צפון קארעא.
די פאזיטיווע און היסטארישע אנטוויקלונג, איז געקומען נאכדעם וואס דרום קארעא דיפלאמאטן און רעגירונג באאמטע זענען געזעסן מיט'ן צפון קארעאר פירער, קים יאנג אן, פאר געשפרעכן אינעם צפון קארעא הויפטשטאט פיאנגיענג, און די דיפלאמאטן האבן צוריקגעברענגט דעם פאזיטיוון מעסעדזש, זאגנדיג אז צפון קארעא איז אויך גרייט אפצושטעלן סיי וועלכע פראוואקאציעס אין לויף פון די געשפרעכן.
פרעזידענט טראמפ האט רעאגירט אויף טוויטער, שרייבנדיג "מעגליכע פארשריט ווערט געמאכט איבער געשפרעכן מיט צפון קארעא. צום ערשטן מאל אין לאנגע יארן, ווערט אריינגעלייגט ערנסטע כוחות דורך אלע זייטן וועלכע זענען פארמישט. די וועלט האלט מיט און ווארט! עס קען זיין אז דאס איז מעגליכע פאלשע האפענונג, אבער אמעריקע איז גרייט צו גיין מיט'ן פולסטן מאכט אין סיי וועלכע דירעקציע!"

הוסף רשומת תגובה