פראנקרייך – א ריכטער אין פאריז האט געאורטיילט, אז די מארד פון מרת שרה חאלימי הי"ד וועט באהאנדלט ווערן ווי אן אנטיסעמיטישע אטאקע, וואס באדייט אז דער מערדער קאדא טראורא וועט אויסשטיין פרישע קלאגעס. מרת חאלימי הי"ד איז ברוטאל דערמארדעט געווארן מיט בערך א יאר צוריק, ווען דער קאלטבלוטיגער טעראריסט טראורא האט זיך איינגעבראכן ביי איר אינדערהיים, זייענדיג איר שכן, און ער האט איר דערמארדעט דורכ'ן איר ארויסווארפן פונעם פענסטער אראפ עטליכע שטאק ה"י.

ביז יעצט האבן פראקורארן זיך אנטזאגט צו באהאנדלען דעם מארד ווי אן אנטיסעמיטישע אטאקע, אבער שכנים זענען געקומען אין געריכט עדות זאגן אז זיי האבן געהערט טראורא שרייען שטיקער קוראן און אנטיסעמיטישע לאזונגען בשעת'ן מארד, און אצינד האט א ריכטער מסכים געווען אז מ'וועט עס באהאנדלען ווי אנטיסעמיטיזם.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל