ווארשא – פוילישע פאליציי האבן געעפנט אן אויספארשונג, זוכנדיג צו אידענטיפיצירן די וואנדאלן וועלכע האבן אנגעפירקלט נאציאנאליסטישע סטעיטמענטס, אויפ'ן טיר פון אן אפיס פון א טור-גייד און היסטאריקער, וועלכער פירט ארום מענטשן אינעם אוישוויץ מוזעאום. דער באטראפענער איז אן איטאליענער בירגער וועלכער וואוינט אין קראקא, און ער ארבעט שוין אינעם אוישוויץ מוזעאום פאר נאענט צו פופצן יאר, העלפנדיג מענטשן ארויסהאבן די שרעקליכע סיסטעמאטישע ברוטאליטעטן און מארדן וואס זענען פארגעקומען אין אוישוויץ ביים צווייטן וועלט קריג, אין די הענט פון די נאציס ימ"ש. צווישן די סלאגאנען וואס די וואנדאלן האבן אנגעפירקלט, איז געשטאנען "פוילן איז נאר פאר פאלאקן" און "אוישוויץ פאר פוילן", און דאס איז טייל פון נאציאנאליסטישע פראפאגאנדע, אז נאר פאלאקן, און נישט אויסלענדישע היסטאריקער און פראפעסארן, זאלן האבן רעכט צו רעדן איבער'ן האלאקאוסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל