בעיזשינג – נעכטן האט מען ווייטער געהערט שארפע רעאקציעס פון איבער דער וועלט, צו דעם וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז ער וויל ארויפשטעלן שטייערן אויף אייזן און אלומינום אימפארטס קיין אמעריקע, און דערצו וואס טראמפ האט געזאגט אז ער קימערט זיך נישט אויב ס'וועט אויסברעכן א האנדלס קריג איבער דעם. צווישן די קאמענטארן וואס מ'האט נעכטן געהערט, איז געווען פון זשאנג יעסאו, וויצע אויסערן מיניסטער פון כינע, וועלכער האט געזאגט "כינע זוכט נישט א האנדלס קריג מיט אמעריקע, אבער מיר וועלן נישט בלייבן שטיל". באזונדער האט די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע נעכטן טעלעפאניש גערעדט מיט טראמפ, און אויסגעדרוקט ענגלאנד'ס אומצופרידנהייט מיט די אנטוויקלונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל