ווארשא – אן אפארטמענט געביידע איז צוזאמגעפאלן נעכטן אין דער פוילישער שטאט פויזנא, וואס האט אומגעברענגט פיר מענטשן און פארוואונדעט 24 אנדערע. די 4 שטאקיגע געביידע האט פארמאגט אכצן אפארטמענטס און ס"ה פערציג איינוואוינער, און א מערהייט פון די איינוואוינער האבן זיך געפונען אין זייערע היימען בשעת ס'איז צוזאמגעפאלן. לאקאלע פייערלעשער זענען אנגעקומען און געארבעט ביטער שווער אין די סוב-זערא פרעסטן אויפצוהייבן שטיקער ברוכווארג און ארויסראטעווען פארכאפטע און ארויסשלעפן קערפער פון אומגעקומענע.

דער לאקאלער גאווערנאר זביגניעוו האפמאן האט געזאגט אז דערווייל איז צו פרי צו זאגן וואס ס'האט צוגעפירט צום צוזאמפאל, אבער א גאז ליעק אויפרייס ווערט באטראכט אלס דער ווארשיינליכער שולד.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל