מאסקווע – דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט געזאגט, אז רוסלאנד וועט קיינמאל נישט אויסליפערן די דרייצן רוסישע בירגער קיין אמעריקע, אז זיי זאלן קענען אויסשטיין דארטן א פראצעס איבער פארשידענע שריט וואס זיי האבן געטאן צו באאיינפלוסן די פרעזידענט וואלן. פוטין האט דאס געזאגט ביי אן אינטערוויו, הארט בעפאר א קאמפיין אויפטריט, וואס ער לויפט אצינד פאר ווידערוויילונג, און ער האט צוגעלייגט אז "רוסלאנד ליפערט נישט ארויס זייערע בירגער פאר קיין איין אנדער לאנד", אפגעזען פאר וועלכע קרימינאליטעטן די בירגער ווערן באשולדיגט.

פוטין'ס ווערטער זענען באטראכט געווארן אלס א פרואוו אויפצוהייטערן נאציאנאלער פאטריאטיזם ביים רוסישן פאלק, וואס וועט אים העלפן געווינען די וואלן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל