א אומאנגענעמע קאנפראנטאציע האט פאסירט דעם זונטאג פארנט פון דעם סאטמארער מצה בעקעריי אויף בראדוועי, ווען צענדליגע נישט-אידישע שכנים פון די געגענט האבן ארגאנאזירט א מאסן פראטעסט צו פארלאנגען דאס אפשפארונג פון דעם בעקעריי צוליב דעם וואס - לויט זיי - טוט דאס אויסשפייען גיפטיגע רויעך וועלכע איז א געזונטהייט געפאר פאר די געגענט.

פארשטייט זיך אז די געשיכטע איז אויסגעזויגן פון פינגער און די אויווענס געבן ארויס א רויעך פון בלויז אומבאארבעטע האלץ וועלכע אנהאלטן נישט קיין שום כעמיקאלן, די שכנים זאגן אבער אז די נאכאנאנדיגע שווערע קוואנטום׳ס פון רויעך טוט זיי שטערן און געוויסע האבן זיך באקלאגט איבער הוס פראבלעמען וואס זיי האבן אנטוויקלט.

אין די מידיע איז ציטירט געווארן וואס א היימישער אינגערמאן ר׳ יודי ווערצבערגער האט געזאגט ״די מענטשן זענען דא בלויז צו מאכן א אומזיסטע שטורעם, די רויעך איז פון ריינע האלץ און איז אומשעדליך, די בעקעריי איז שוין דא פאר צענדליגע יארן, אויב די שכנים גלייכן עס נישט קענען זיי גיין וואוינען אין אנדערע געגענטער״.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל