דער ספעציעלער פראקוראר איבער די רוסישע איינפלוס אויף די אמעריקאנער וואלן ראבערט מיולער האט ווי עס שיינט גענומען זיין אויספארשונג א שטאפל ווייטער און זוכט יעצט מער דאקומענטן פון קאמיוניקאציע פון פארשידענע טראמפ קאמפיין באאמטע, און פון פרעזידענט טראמפ זעלבסט.

לויט מידיע קוועלער האט דער פראקוראר האט געשיקט א ״סובפינע״ פאר איינער וועלכער ווערט אויסגעפארשט און עס טוט פארלאנגען סיי וועלכע קאמיוניקאציע צווישן דעם אויסגעפארשטער און דער פרעזידענט און אויך מיט א רייע קאמפיין באאמטע.

די באאמטע זענען סטיוו בענאן, ריק געיטס, פאול מאנאפארט, קארי לאווענדאווסקי, האופ היקס, קארטער פעידש, קעיט שילער, ראדשער סטאון, מייקעל קאהן. אלע פון זיי זענען שוין נישט אין די שטאב פון טראמפ אויסער מייקעל קאהן וועלכער איז דער פרעזידענט׳ס פערזענליכע אדוואקאט.

לויט אינערליכע קוועלער טוט דער פראקוראר פרובירן צו פארשטיין אויב דער פרעזידענט האט געוויסט איבער די העקעריי אריין אין די קלינטאן אימעילס, און אויב ער האט געוויסט דערפון בעפאר עס האט פאסירט. א זאך וואס אויב עס שטעלט זיך ארויס ריכטיג קען עס איבערווייזן אז די טראמפ קאמפיין האט קאאפערירט מיט רוסלאנד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל