אין נארט קארעא איז היינט פארגעקומען אן היסטארישע באגעגעניש צווישן א דעלעגאציע פון דיפלאמאטן פון סאוט קארעא וועלכע האבן געהאט א מאלצייט מיט׳ן דיקטאטור פון נארט קארעא קים יאנג אן, עס איז דאס ערשטע מאל וואס ער טרעפט זיך מיט פארשטייער פון סאוט קארעא זינט ער איז געקומען צו די מאכט אין 2011.
די דעלעגאציע פון 10 דיפלאמאטן געפונען זיך אין נארט קארעא צו אראנזשירן די אנהייב פון געשפרעכן צווישן אמעריקע און נארט קארעא, און צווישן די דעלעגאציע געפונען זיך אויך צוויי רעגירונגס מיניסטארן.
ווי עס שיינט איז נארט קארעא אינטרעסירט אין עפענען א דירעקטע דיאלאג מיט וואשינגטאן, אבער די פארהאנלונגען זענען קאמפליצירט צוליב די קענגזייטיגע שטעלונגען פונעם ווייסן הויז, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט שוין אויסגעדריקט גרייטקייט פאר געשפרעכן האט ער דעם שבת צוריקגעדרייט און געזאגט אז בלויז נאכדעם וואס זי טוט זיך אנטוואפענען פון איר נוקלעארער פראגראם.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה