דער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל ביבי נתניהו האט היינט אפגעשטאט א באזוך אין ווייסן הויז פאר א סאמיט מיט פרעזידענט טראמפ, אין וועלכע די צוויי האבן אויך אפגעהאלטן א געמיינזאמע פרעסע קאנפערענץ. טראמפ האט געזאגט ״די באציאונגען צווישן אמעריקע און מדינת ישראל זענען יעצט דאס בעסטע וואס עס איז געווען אונטער סיי וועלכע אנדערע אמעריקאנער פרעזידענט״.

דער פרעזידענט האט אויך אויפגעברענגט די שלום פראצעס מיט די פאלעסטינער און אויסגעדרוקט האפענונג אז עס וועט געמאכט ווערן פארשריט זאגנדיג אז ער גלייבט אז ער האט גוטע פלאן וועלכע אדרעסירט די געברויכן פון ביידע זייטן סיי מדינת ישראל און סיי די פאלעסטינער.

נתניהו האט זיך עפנטליך באדאנקט פאר טראמפ פאר זיין לעצטע מעלדונג אז די אמעריקאנער אמבאסאדע וועט אריבערגיין קיין ירושלים אין געציילטע מאנאטן, און האט געלאדענט פרעזידענט טראמפ צו קומען פערזענליך קיין ירושלים באנייען דעם געביידע, אויף וועלכע פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז ער וועט עס ערנסט באטראכטן און אויב עס וועט זיין מעגליך וועט ער קומען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל