אינדאנעזיע - א שטורעם איז אנטשטאנען, נאכדעם וואס עס זענען פארשפרייט געווארן בילדער וויאזוי אן ״ארענגעטאן״ סארט מאלפע רויכערט א ציגארעטל. דער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט אין א טיר-גארטן אין דזשאקארטא, אינדאנעזיע, וואו די איינגעשטעלטע האבן זיך געוואלט גרויסן מיט אלע קונצן און ספעציעלע שטיק וואס דער אלטער ארענגעטאן מאלפע קען טאן, און זיי האבן דעריבער רעקארדירט וויאזוי ער פאררייכערט א ציגארעטל. צער בעלי חיים׳ניקעס האבן פארפירט אז דאס איז א שרעקליכע עוולה, אבער דערווייל איז נישט קלאר צי מען וועט אנשטאט געבן פאר׳ן ארענגעטאן אן עלעקטראנישן ציגארעטל, אז ער זאל זיך קענען אפרייסן פון זיין שלעכטער געוואוינהייט...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל