די עקאנאמיע האט צוגעלייגט 313,000 דשאבס פארגאנגענע פעברואר, פיל מער ווי אנאליסטן און עקאנאמיסטן האבן פאראויסגעזאגט, און די ארבייטסלאזיגקייט ראטע בלייבט ביי די נידריגע ציפער פון 4.1%, אבער דאס העכערונג פון געהעלטער איז עטוואס פארשטייטערט געווארן צו א ראטע פון 2.6% און די געהעלטער וואוקס פון יאנואר איז אויך גענידערט געווארן פון 2.8% צו 2.6%.

די געהעלטער וואןקס איז נאך אלס א געזונטע און גוטע וואוקס וואס קען צייגן אויף אינפלאציע, א זאך וואס וועט צווינגן די פעדעראלע רעזערוו צו העכערן די אינטערעסט ראטע, און צוליב דעם האבן די סטאק מארקעטס רעאגירט סקעפטיש צו די באריכט און די מארקעטס האבן געהאט א שוואכן טאג.

די דשאבס ציפער נעמט אויך אריין 61,000 פרישע דשאבס אין די קאנסטרוקציע און בוי אינדוסטרי, דאס איז די שטערקסטע מאנאט וואס די אינדוסטרי האט געהאט זינט 2007. און אזוי אויך האט די מעניופעטשוערי אינדוסטרי צוגעלייגט 31,000 דשאבס, אויך א שטארקע ציפער. ריטעילס דשאבס וואוקס זענען עטוואס געפאלן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל