וואשינגטאן – דער פירער פון א ספעציעלער קאמיסיע, וועלכער האט געהאלפן באשיצן עלעקשאן סיסטעמען איבער'ן לאנד פון מעגליכע סייבער אטאקע דורך רוסלאנד אדער אנדערע, איז באזייטיגט געווארן פון זיין פאזיציע, אויפ'ן פארלאנג פון רעפובליקאנער קאנגרעס ספיקער פאול רייען און דאס ווייסע הויז. די רעדע איז פון מעטיו מעטערסאן, א מיטגליד פון דער פעדעראלער "עלעקשאן אסיסטענס קאמיסיע", וועלכער האט ביז יעצט געדינט אלס דער טשעירמאן פון דער קאמיסיע, און אצינד איז ער גענידערט געווארן אין ראנג און וועט מער נישט דינען אלס טשעירמאן. מעטערסאן'ס באזייטיגונג האט געברענגט א שטיקל שטורעם, ווען פילע האבן באשולדיגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע טוט דערמיט אפשוואכן די זיכערהייט פון וואל-סיסטעמען איבער'ן לאנד קעגן סייבער אטאקעס, אבער מיטגלידער פון דער קאמיסיע האבן עס אוועקגעמאכט און געזאגט אז ס'איז א רוטינער טויש.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל