פלארידע – א פאליציי אפיציר אין פארקלענד, פלארידע, האט רעזיגנירט פון אמט, אלס רעזולטאט פון דער ברוטאלער שיסעריי אין דער לאקאלער שולע פארגאנגענע וואך מיטוואך. די רעזיגנאציע פונעם דעפיוטי שעריף אפיציר סקאט פיטערסאן קומט נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן, אז ער איז געווען געשטעלט צו באוואכן די שולע, און בשעת ווען דער שיסער ניקאלעס קרוז איז אריינגעקומען און אנגעהויבן דורכפירן די שיסעריי, איז פיטערסאן געבליבן שטיין אינדרויסן פאר גאנצע פיר מינוט, טראץ וואס ער האט קלאר געקענט הערן די שיסערייען וואס קומען פאר אינעווייניג. די לאקאלע פאליציי אויטאריטעטן האבן געזאגט, אז נאכדעם וואס די סורוועילענס קאמערעס האבן געצייגט פיטערסאן'ס פארנאכלעסיגקייט, האבן זיי אים סוספענדירט צייטווייליג, אבער ער האט באשלאסן גענצליך צו רעזיגנירן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל