וואשינגטאן – ראבערט מוללער, דער ספעציעלער פראקוראר וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, האט נעכטן ארויסגעשטעלט פרישע קלאגעס קעגן דעם געוועזענעם טראמפ קאמפיין טשעירמאן, פאול מענעפארט, און זיין געוועזענעם שותף און טראמפ קאמפיין ראטגעבער, ריק געיטס. די צוויי זענען שוין אנגעקלאגט געווארן דורך מוללער פאראיאר, און האבן זיך דערקלערט אומשולדיג, ערווארטנדיג א פראצעס אין עטליכע מאנאטן ארום, און יעצט האט מוללער ארויפגעשטעלט קעגן זיי פרישע 32 קלאגעס, אריינגערעכנט איבער שטייער שווינדל, באהאלטענע אויסלענדישע פארדינסטן און באנק שווינדלערייען. די פרישע קלאגעס קומען אין דער זעלבער צייט וואס מ'האט געהערט באריכטן אז געיטס גרייט זיך צו שליסן א "פליע" דיעל מיט מוללער, צו קאאפערירן און דערציילן סודות איבער מענעפארט.
הוסף רשומת תגובה