פלארידע – דער רעפובליקאנער פלארידע סענאטאר, מארקא רוביא, האט נעכטן גענאסן פון א סאך לויב-רייד איבער'ן לאנד, נאכדעם וואס ער האט אנטיילגענומען ביי א ספעציעלע "טאון האלל" דעבאטע איבער גאן-קאנטראל, וועלכע איז אראנזשירט און אנגעפירט געווארן דורך דער "סי-ען-ען" נייעס אגענטור. דער טאון האלל איז בעיקר באשטאנען פון עלטערן פון אומגעקומענע קינדער אין עטליכע סקול שיסערייען, און אויך האט די פרא-גאן לאבי "ען-אר-עי" אראפגעשיקט א ווארטזאגער אנטיילצונעמען, אבער סענאטאר רוביא איז געווען דער איינציגסטער רעפובליקאנער פאליטישאן וועלכער האט זיך געוואגט צו קומען, טראצדעם וואס ער האט געוואוסט אז ער גייט פארשריגן און אטאקירט ווערן דורך די פארזאמלטע. רוביא איז טאקע עטליכע מאל אויסגעשטאנען גאר שווערע פראגעס און פערזענליכע אטאקעס, אבער ער האט אלעס געענטפערט מיט דרייסטקייט, און דאס האט גאר שטארק אויסגענומען אין דער נאציאנאלער מידיא און דורך פיגורן פון ביידע פארטייען.
הוסף רשומת תגובה