ווארשא – א מיניסטער פון דער פוילישער רעגירונג איז ארויסגעקומען אין שטיצע פון א געדאנק, אוועקצושטעלן א נייעם מוזעאום, וועלכע זאל ווערן אנגערופן "דער פאלאקאוסט" מוזעאום און זאל זיך קאנצענטרירן צו דערציילן די געשיכטע איבער נישט-אידישע פאלאקן וועלכע זענען אומגעברענגט געווארן דורך די נאציס ימ"ש. דעפיוטי קולטור מיניסטער יארעסלאו סעלין זאגט, אז אויסער די דריי מיליאן פוילישע אידן הי"ד וועמען די נאציס ימ"ש האבן ברוטאל דערמארדעט, זענען נאענט צו צוויי מיליאן סתם פוילישע בירגער אומגעקומען אין די הענט פון די נאציס, און עס איז וויכטיג אז די וועלט זאל דאס וויסן און געדענקען אויף אייביג, אז סתם פוילישע בירגער זענען אויך געווען קרבנות אינעם האלאקאוסט, און נישט נאר געדענקען אז עס זענען געווען פוילישע בירגער וועלכע האבן קאלאבארירט מיט די נאציס.
הוסף רשומת תגובה