קאליפארניע – עטליכע טעכנאלאגיע פירמעס האבן נעכטן געשריבן א בריוו צו קאנגרעס, באשולדיגנדיג אז די ריזיגע "אינטעל" טעכנאלאגיע פירמע, וועלכע פראדוצירט בעיקר קאמפיוטער טשיפס, האט פאר א לאנגע צייט געוואוסט פון די פראבלעמען וואס אירע טשיפס פארמאגן, אבער זי האט דאס באהאלטן און נאר מודה געווען דערין נאכדעם וואס די מידיא האט עס באריכטעט. מיט עטליכע מאנאטן צוריק, איז אויפגעדעקט געווארן אז אינטעל קאמפיוטער טשיפס פארמאגן א שוואכקייט וואס ערלויבט העקערס זיך אריינצוברעכן אין די קאמפיוטערס און מאשינקעס וואו די טשיפס זענען אינסטאלירט, און יעצט הערט מען אז "גוגעל" האט שוין לאנג צוריק געהאט געווארנט אינטעל איבער'ן פראבלעם, אבער אינטעל האט נישט גענומען קיין שום שריט פאר גאצע זעקס מאנאטן, און ערשט מודה געווען נאכדעם וואס ס'איז באריכטעט געווארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל